געב. אין ראַדימנאָ (רעדים), גאַליציע, טאָכטער פון יוסף און בלומע ראָזענבלאַט, מוטער פון מאָלער משה הררי און די ײדישע שרײבערס מלד ראַװיטש און הערץ בערגנער. זי האָט געענדיקט אַ פאָלקס־שול, פרי חתונה געהאַט און געבױרן 3 קינדער. אין עלטער פון 67 יאָר האָט זי אָנגעהױבן שרײבן אירע משפּחה־זכרונות, װאָס זײנען אַרײן אין איר בוך אין די לאַנגע װינטער־נעכט (משפּחה־כראָניק פון אַ שטעטל אין גאַליציע, 1870–1900), אַרױסגעגעבן פון אירע זין, מיט אַ פאָררעדע פון מלך ראַװיטש און הערץ בערגנער, מאָנטרעאָל, 1946. אין איר אינטימער משפּחה־כראָניק איז פאַראַן אַ שלל בילדער פונעם שטײגער לעבן אין גאַליציע סוף 19טן י״ה. דאָס בוך איז אַ װיכטיקער צושטײער צו דער קינסטלערישער מעמואַרן־ליטעראַטור. אין 1939, בעת די נאַציס זײנען אַרײן איז שטעטעלע רעדים, האָט זי זיך געראַטעװעט אױף דער סאָװעטישער זײט פון מעריב־אוקראַינע. אַ צײט געװען אין ראװע־רוסקא, פּזשעמישל און (ביז 1942) אין קלײנעם אָרט פּזשעמישלאני, בײ לעמבערג. זינט אױגוסט 1942 האָט מען פון איר נישט געהערט.
ש. נעגער, דער טאָג, 2 מערץ, 1947; מ. גליקסבערג, צוקונפט, נאָװ., 1950; גר. אַראָנסאָן, צוקונפט, יאַנ., 1950; נ. י. גאָטליב, קענעדער אָדלער, 19 יולי, 1946.
